Sunday, February 3, 2008

עוד אחד הגיע


אינאוגוראציאננאלער פאסט

סברי מרנן


Is this what the world really wants - Yet Another Blog ? Probably not. But there is an important niche to fill, and few stepped up to the plate so far.

First of all, this forum will try to fulfill current near-vacuum and deal with making sure that the three hundred + years of Yiddishe leben and Chassidus get looked at from an honest angle. Corners of the blogosphere that talk about things past and present are, unfortunately, ran by dedicated people , עמך יידן לײדער , whose agenda varies from being downright hate speech and libel to being snide and condescending. Nothing sells as well as controversy, and when one tries to honestly defend a point of view or a historical fact, it's all too easy to step over the quivering line of "acceptable behavior" and to lower one's standards, not that they were tall to begin with.

We'll try to give an even ground to those few and far in between who hold dear the concept of Truth as the ultimate discriminant and yet don't find such contradiction between their set of beliefs and what they know to be truth to force them out of their beliefs or down the path of intellectual honesty.

Metablogging appears to be the norm these days, and sometimes addressing others' statements is an outright obligation. So rather then participate in a discussion on a hostile blog where you find yourself reading things you wish you didn't, yet you'd like to speak up - here is the place.

So without further ado, maybe this will get somewhere.



רבותי


מי ביקש זאת מידך, פרעגען זיע שױן . היות און איך קען נישט שרײַבען האָט מיר געגליסט אַן אײגען בלאָג צו מאַכען. צו װאָס דאַרף איך עס ? פשוט אונז זענען מיר געװארען זײַט די והותר מיט די מזיקים ,שין -דאַלעדס װאָס פראװען הינטער-נעצישער הױפען לױט די צוואה פון בלעם הרשע , בערבוב טוב ורע מישט מען אױס אמת מיט ליגענט, לױט די צוואה פון בלעם הרשע, בערבוב טוב אורע מישט מען אױס אמת מיט ליגענט, דברים שבקדושה מיט היפך גמור .


די אלע סענסאציעס מען האָט שױן געהערט; רעבבע פלוני איז א מנובל, רב אלמוני איז א גנב, האדיא-נאַנאַשער פֿלייש איז טרײף װײַל שוחט האָט געװױנט מיט די קוהע וכו' וכו

אין ראָמאַניש זאָגט מען אַז דער חזיר טרעפֿט זײַן בלאָטטע. די פּראָפֿעססיִאָנאַלען זענען משקיִע געװאַלדיגע כחות און מוחות אױסצופֿאָרשען ערגעץ עפּעס אַ שטיקל נבילה, אַן אַלטע לשון הרע מיט אַ נײע מוציא שם רע. אַז עס איז דא אַזאַלכע מענשען איז קײן חידוש ; זײַט יונוס וימברוס זײ פֿירען זיך אין די װעגן פֿון טאַטעס און זײדעס און אַזױ װעט זײַן ביזן יום אַחרון . משה רבינו געהאַט אַ חשבון זײַ אַרײַנצונעמען און זעהט אױס עהר האָט בעססער געװאוּסט. .

אָבער מײנט דאָס נישט אַז מען מעג שװײגען װען מען הערט א דבר חירוף פון איינעם װער שטעלט זיך פאר א ייד. און װאוּ אזױ קען מען מבטל זײן דעם כישוף מיט רשעות פון בלעם'ס חברײא װען נישט מיט א בלאט גמרא, א שטיקל תוספות ועוד ועוד הכתב והמכתב - ראה זה חדש


מײנען זיע נישט רבותי אז אונז זינד מיר ח"ו הײליגער פון עטס. נײן און נײן. איפכא מילתא אונז זינד מיר גאר א גרעססערע בעלי עבירה, און מיסתמא נאך ערגער. אבער מיר גײן נישט מתודה זײן ברבים, און איר דארפֿט אױסניצען אײַערע חוש הדמיון פֿאַרצושטעללין עד היכן דברים מגיעים

אן עקסטרע אינטערעססע האפף איך צו נעממין אין דעם זאמשטעללין א בילד פון אמאליגער הײם כפשוטו , לױט די עדות'ן פֿון יידען אשר עינם ראתה ולא זר, און װאָסערע קענען עס אױסמאהלין מיט די עכטע פֿארבן און לײגען ענינים אין דעם ריכטיגען קאָנטעקסט.

עד כאן הקפה אלף ופרטים יבאו

No comments: