Wednesday, February 13, 2008

On the nature of Chassidus / װאס מײנט חסידות

װאס מײנט חסידות

מדרש זאגט אז "כי הכית אותנו מכה אשר לא כתובה בתורה" - זו מיתת הצדיקים. עס איז אונז אַביססעלע שװער פֿאַרװאָס איז דאָס צװישן די תוכחות גירעכנט ? לכאורה איז דאס גאר א גרױסע ברכה ! גיבצט נאר א קוק װי אזױ שײנע יידען זיצען פֿארשפרײטען חסידות" אײנער פאר'ן צװײטן און עס פעלט זײ נישט קײן רבי, קײן צדיק. הערצט זײ אױס און מען פֿאַרשטײַט בכלל נישט װאָס האָט דער סאטמארער רבי זי"ע געמײנט װען עהר האט געזאגט אז נישתכחה וכו' , אדער װאס האבן די אמאָליגע צדיקים געמײנט װען זײ האָבן געשריבען אַז אין אונזערע שפעטעדיגע דורות װעט דער װעלט זײַן אזױ אָהנגעפולט מיט כפירה אַז מען װעט קױם קעננען אַן אָהטעם געבן און מען װעטט זיך מחיה זײַן מיט סיפורי צדיקים אלײנס און עס װעט זײן מעהר חשוב װי סודות התורה אין דיע אלטע צײַטען. און דא זעהט מען א חשוב'ה ארומגעבארדעטער קאבבאליסט לעהרנט פאר א גרופפע יונגע לײַט און בחורים און מען שעפּט פֿון עהם תורה ויראה - לא תחסר כל בה .

װײטער האב איך א קשיא . גמרא סנהדרין זאגט אז מנשה האט נאך חזקי'ס פטירה אָפגעפאהרן פון יידישקײט ביז'ן גאָר ערגסטע ע"ז . פרעגט די הײליגע גמרא "חזקיה המלך װאס האט אױסגעלעהרנט אללע יידען תורה האט זײן זון מנשה נישט אױסגעלעהרנט ? /וכי חזקיה מלך יהודה לכל העולם כולו לימד תורה ולמנשה בנו לא לימד תורה ? אלא מכל טורח שטרח בו ומכל עמל שעמל בו לא העלהו למוטב אלא .../ . דאָס טײטש אז א משיח ודאי בלי ספק פון העכסטע נשמות װאס איז געװען אין דעם װעלט האט געהאט א זון א בעל עבירה װאס איז געװארן א בעל תשובה, אָבער נאר נאך יסורים, גלות וכדומה . פֿרעגצאַך, פֿאַרװאָס האָט עהם חזקיה נישט אױסגעלערנט דעם "חסידות" - װאָלט דאָס דען עהם נישט געהאָלפֿען ?

עס װערט געברענגט פון דעם נאהמען פון רבי ר' יחיאל מיכל פון זלאטשאװ (אױב איך געדענק גוט) אז װען עמיצער האלט אז נאר זײן דרך און נאר זײן רבי איז דער ריכטיגע װעג און אנדערע זענען נישט גוט, דאָס איז בחינה פון עבודה זרה ממש. עהר זאגט נישט פארװאס, אבער אזױ זאגט עהר, א כלי ראשון פון בעל שם טוב הקדוש .

אַמאָליגע צדיקים האָבן זעהר מחשיב געװען דעם דרך פון אמאליגע חב"ד . צאנזער רב איז געווען כמעט א חסיד פון דעם צמח צדק זי"ע , און אױכעט טאמאשאבער-קאצקער רבי, אלע האבן מחשיב געװען דעם דרך. אָבער װאָס , זײ האבן געהאלטען אַז דער ענין פון נישט האלטען פון קײן שום צװײטען צדיק - דאס קען אמאהל שעדיגען אױכעט. פֿאַר דעם האבן דער חוזה, רבי ר' ברוך, טאַקעה דער טאמאשאװער-קאצקער רבי רמ"מ - אַלע נישט געהאלטען אז דאס פאסט פאר יעדעם אײנעם .

אין עיקבתא דמשיחא עס איז דא טאלאנטליװע סוחרים װאססערע פארקױפן אז חסידות איז א לימוד װאו אלע אנדערע, װאו מען דארף האבן א חברותא , א מגיד שיעור מיט א פערהער. און זײ גײן רעדען פאר פערצען-יעריגע בחורים הױכע װערטער - זעיר אנפין'ס מיט אצילות'ן מיט פנימיות התורה . און טאקע די אײנציגסטע װאָס הערען זײ אױס מיט אינטערעססע זענען אטט די חסידישע בחורים און יונגעלײט, פֿאַר װעמען חסידות האָט מען זעלטען פארגעלערנט, זיכער נישט ברבים. די רוב חסידישע ישיבה'ס האָבן זײ אױסגעלערנט אז "פלוראליזם" פֿון חסידות'ן איז א גוטטע זאַך און װאַו מער מען לערנט, אַלץ בעססער - תוי"י, תניא, מאור עיינים , מאור ושמש , דגל מחנה אפרים - אן ערנסטע חסידישע בחור לערנט דאס אללעס כסדר, און פון דעם באקומט עהר שעיפה צו לערנען װײטער און טיפפער.

גמרא סנהדרין זאָגט װײטער אז עס איז מעגלעך אז אפילו א צדיק גמור און גאר א נביא זאל מאכן א גראבע טעות װען עס קומט צו ענינים פון װאָס טוט צעך בײַם יענעם אין רוחניות'דיגע קישקעס - "ואף אחיה השילוני טעה וחתם דהא יהוא צדיקא רבה הוה שנאמר ... " . גמרא זאגט נאך מער פון דעם - אז מען קען אױסנוצען דעם סאמע צדיק יסוד עולם צו טון די ערגסטע עבירות - גמרא רעדט פון ע"ז - "חטאת ירבעם אשר החטיא את ישראל מאי גרמא ליה אמר אביי ברית כרותה לשפתים שנאמר 'אחאב עבד הבעל מעט יהוא יעבדנו הרבה' : רבא אמר חותמו של אחיה השילוני ראה וטעה דכתיב 'ושחטה שטים העמיקו ואני מוסר לכולם' . אחיה השילוני דער בעל מיסד פון חסידות װער האט ניתגלה געװען צום בעל שם טוב הק' בענין החסידות - און זײן חותם האָט דער רשע - אבער באלד א מלך בישראל - אױסגענוצט צו אױפהענגען זײנע שמוץ . דאס זאגט דער זעלבע רבא זי"ע װער זאָגט "כגון אני [בינוני]" אױף װאָס איס געשטעלט האלב תניא.


אזױ װערען די בײדע קשיות פארענטװערט. חזקיהו המלך האט מנשה'ן טאקע אױסגעלערנט חסידות, נאָר מנשה האָט עס אנגעכאפט װאו אן "אײנציגע װעג" - און מען קען עם נישט באשולדיגען, זײן טאַטע און זײן רבי איז דאָך געװען מלך המשיח כפֿשוטו - און דאָס האָט עהם אַרײַנגעשלעפּט ביז טיפֿן עבודה זרה און גורם געװען צרות רבות. און דער ענין פון מיתת צדיקים אלס א מכה שלא כתובה - אפילו אז מען זאגט אז גדולים הם במתתם - די מכה איז אז מען קען זיך טועה זײן אין זײערע װערטער אזױ װײט און טון פערקעהרט פון װאָס זײ האבן געמײנט און ארײנקריכן אין די טופפסטע קליפה היפך קדושה, און קײנער איז נישטאָ אָנצוכאַפּען דיר בײַ דער האַנט -"טהו נישט!"י

צום װאָס דרשען איך דאָ ? דער ענין איז פשוט. למוד במקום שלבך חפץ - לערן חסידות װאו סע'געפעלט דיך. צו עס איז דגל מחנה אפרים, צו עס איז אור תורה - כולם ברורים כולם קדושים. אבער געדענק אז סוף כל סוף, דו ביסט אחראי אױף זיך און נישט יענער. און װען מען זאָגט דיך "לערן נישט דאס , מײַן חסידות איז בעססער" - לױף װײט. און אױב אנטלױפסט נישט און טרינקס פון דעם בלאטטע - װעסט װערען א ציג - קלײן קעפיגע חיה װאס קען בע-ע-עקען און מע-ע-עקען, ואין עם הארץ חסיד.

No comments: